Song of Songs שיר השירים Yehoyesh's Yiddish Tanakh Translation [yi] http://opensiddur.org/praxes/study/yehoyeshs-yiddish-translation-of-the-tanakh/ שיר השירים Chapter 1 דאָס געזאַנג פֿון געזאַנגען, װאָס פֿון שלמהן. קושן זאָל ער מיך מיט די קושן פֿון זײַן מױל; װאָרום בעסער פֿון װײַן איז דײַן ליבשאַפֿט. װױל צום גערוך זײַנען דײַנע אײלן, געקלערטע בױמל איז דײַן נאָמען, דרום האָבן יונגפֿרױען דיך ליב. צי מיך נאָך דיר, לאָמיר לױפֿן! – זאָל דער מלך מיך ברענגען אין זײַנע קאַמערן, מיר װעלן זײַן לוסטיק און פֿרײלעך מיט דיר, מיר װעלן לױבן דײַן ליבשאַפֿט מערער פֿון װײַן. אמת ליב האָט מען דיך. שװאַרץ בין איך, אָבער שײן, טעכטער פֿון ירושלים, װי די געצעלטן פֿון קֵדר, װי די פֿאָרהאַנגען שלמהס. ניט קוקט מיך אָן װאָס איך בין שװאַרצלעך, װאָרום די זון האָט מיך אָפּגעברענט. די זין פֿון מײַן מוטער האָבן געצערנט אױף מיר, זײ האָבן מיך געמאַכט אַ היטערין פֿון די װײַנגערטנער; מײַן אײגענעם װײַנגאָרטן האָב איך ניט אָפּגעהיט. זאָג מיר דו װעמען מײַן זעל האָט ליב, װוּ פֿיטערסטו, װוּ מאַכסטו הױערן אין מיטן טאָג? װאָרום נאָך װאָס זאָל איך זײַן װי אַן אַרומטרײַבערין בײַ די סטאַדעס פֿון דײַנע חבֿרים? אױב דו װײסט עס דיר ניט, דו שענסטע פֿון פֿרױען, גײ דיר אַרױס אין די טריט פֿון די שאָף, און פֿיטער דײַנע ציקעלעך בײַ די פּאַסטוכגעצעלטן. צו אַ פֿערדין אין פּרעהס רײַטװאָגן האָב איך דיך געגליכן, געליבטע מײַן. שײן זײַנען דײַנע באַקן אין די קײטלעך, דײַן האַלדז אין די שנורן. גילדערנע קײטלעך דיר װעלן מיר מאַכן, מיט פּינטלעך פֿון זילבער. בעת דער מלך איז געװען אױף זײַן הֶסב-בעט, האָט מײַן נאַרד געגעבן זײַן רֵיח. אַ בינטל מירע װאָס רוט צװישן מײַנע בריסט, איז מײַן געליבטער מיר. אַ הענגל ציפּערבלומען אין עֵין-גֶדיס װײַנגערטנער איז מײַן געליבטער מיר. ביסט שײן, געליבטע מײַן, ביסט שײן, דײַנע אױגן זײַנען טױבן. ביסט שײן געליבטער מײַן, און ליבלעך, גרין אױך איז אונדזער געלעגער; אונדזערע הױזבאַלקנס צעדערן, אונדזערע װאַנטברעטער ציפּרעסן. Chapter 2 איך בין אַ רױז פֿון שָרון, אַ ליליע פֿון די טאָלן. װי אַ ליליע צװישן די דערנער, אַזױ איז מײַן געליבטע צװישן די טעכטער. װי אַן עפּלבױם צװישן די װאַלדבײמער, אַזױ איז מײַן געליבטער צװישן די זין. אין זײַן שאָטן געלוסט איך צו זיצן, און זיס איז זײַן פֿרוכט צו מײַן גומען. ער האָט מיך געבראַכט אין דער װײַנקאַמער, און זײַן פֿאָן איבער מיר איז ליבשאַפֿט געװען. לאָבט מיך מיט טרױבקוכנס, קװיקט מיך מיט עפּל, װאָרום קראַנק פֿון ליבשאַפֿט בין איך. זײַן לינקע האַנט אונטער מײַן קאָפּ, און זײַן רעכטע זאָל מיך אַרומנעמען. איך באַשװער אײַך, טעכטער פֿון ירושלים, בײַ די הירשן אָדער בײַ די הינדן פֿון פֿעלד, אױב איר װעט װעקן און אױב איר װעט אױפֿװעקן די ליבשאַפֿט, ביז זי װעט באַגערן. האָרך! מײַן געליבטער! אָט-אָ קומט ער; ער שפּרינגט איבער די בערג, ער הופּט איבער די הײכן. מײַן געליבטער איז געגליכן צו אַ הירש, אָדער צו אַ הינד אַ יונגן; אָט-אָ שטײט ער הינטער אונדזער װאַנט, ער קוקט דורך די פֿענצטער, ער בליקט דורך די גראַטקעס. האָט זיך אָפּגערופֿן מײַן געליבטער, און געזאָגט צו מיר: שטײ דיר אױף מײַן געליבטע, מײַן שײנע, און קום דיר. װאָרום זע, דער װינטער איז אַריבער, דער רעגן איז פֿאַרגאַנגען, אַװעק. די בלומען האָבן זיך באַװיזן אין לאַנד, די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען, און דער קָול פֿון דער טורטלטױב לאָזט זיך הערן אין אונדזער לאַנד. דער פֿײַגנבױם צײַטיקט זײַנע פֿריפֿײַגן, און די װײַנשטאָקן אין בליִונג גיבן אַ רֵיח שטײ דיר אױף, מײַן געליבטע, מײַן שײנע, און קום דיר. מײַן טױב אין די שפּאַלטן פֿון פֿעלדז, אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿונעם באַרגטרעפּ, לאָז מיך אָנזען דײַן פּנים, לאָז מיך הערן דײַן קָול, װאָרום דײַן קָול איז זיס, און דײַן פּנים איז שײן. כאַפּט אונדז די פֿיקס, קלײנע פֿיקס װאָס פֿאַרדאַרבן די װײַנגערטנער, װאָרום אונדזערע װײַנגערטנער זײַנען אין בליִונג. מײַן געליבטער געהערט מיר, און איך געהער אים, דעם װאָס װאַנדערט צװישן די ליליען. ביז פֿאַרװײען װעט דער טאָג, און אַנטרינען װעלן די שאָטנס, דרײ זיך אום, מײַן געליבטער, און זײַ געגליכן צו אַ הירש, אָדער צו אַ הינד אַ יונגען, אױף די צעשפּאָלטענע בערג. Chapter 3 אױף מײַן געלעגער בײַ נאַכט האָב איך געזוכט דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב; איך האָב אים געזוכט, און האָב אים ניט געפֿונען. „לאָמיך אױפֿשטײן און אַרומגײן אין שטאָט, אין די מערק און אין די גאַסן, לאָמיך זוכן דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב”. איך האָב אים געזוכט, און האָב אים ניט געפֿונען. האָבן מיר געטראָפֿן די װעכטער װאָס גײען אַרום אין דער שטאָט: דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב צי האָט איר געזען? קױם בין איך אַװעק פֿון זײ, באַלד האָב איך געפֿונען, דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב; האָב איך אים אָנגענומען און האָב אים ניט אָפּגעלאָזט, ביז איך האָב אים געבראַכט אין הױז פֿון מײַן מוטער, און אין קאַמער פֿון מײַן געװינערין. איך באַשװער אײַך, טעכטער פֿון ירושלים, בײַ די הירשן אָדער בײַ די הינדן פֿון פֿעלד, אױב איר װעט װעקן און אױב איר װעט אױפֿװעקן די ליבשאַפֿט, ביז זי װעט באַגערן. װער איז די װאָס גײט אױף פֿונעם מדבר, אַזױ װי זײַלן פֿון רױך, באַרײכערט מיט מירע און װײַרױך, מיט אַלערלײ װירצשטױב פֿון קרעמער? אָט איז דאָס בעט פֿון שלמהן, זעכציק גיבורים אַרום איר, פֿון די גיבורים פֿון ישׂראל; אַלע באַגורט מיט אַ שװערד, געניט אין מלחמה; איטלעך זײַן שװערד אױף זײַן דיך, פֿון װעגן דער אַנגסט אין די נעכט. אַ הימלבעט האָט זיך מלך שלמה געמאַכט פֿון האָלצן פֿון לבֿנון; אירע זײַלן האָט ער פֿון זילבער געמאַכט, איר אָנלען פֿון גאָלד, איר אױסבעט פֿון פּורפּל; אינעװײניק געפֿלאַסטערט מיט ליבשאַפֿט פֿון די טעכטער פֿון ירושלים. גײט אַרױס, טעכטער פֿון צִיון, און קוקט אָן מלך שלמה, אין דער קרױן װאָס זײַן מוטער האָט אים באַקרײנט, אין טאָג פֿון זײַן חתונה, און אין טאָג פֿון זײַן האַרצנפֿרײד. Chapter 4 ביסט שײן, געליבטע מײַן, ביסט שײן, דײַנע אױגן זײַנען טױבן פֿון דײַן שלײער אַדורך; דײַנע האָר װי אַ סטאַדע ציגן װאָס לאָזן זיך אַראָפּ פֿון באַרג גִלעָד. דײַנע צײן װי אַ סטאַדע שאָף געטאָקטע, װאָס קומען אַרױף פֿון געװעש, װאָס צװילינגען זיך אַלע, און ניטאָ קײן פֿאַרװאַרפֿערין צװישן זײ. װי אַ רױט פֿאָדים זײַנען דײַנע ליפּן, און דײַן מױל איז באַחֵנט; װי אַן אױפֿשניט מילגרױם איז דײַן שלײף פֿון דײַן שלײער אַדורך. דײַן האַלדז װי דער טורעם פֿון דוד, אױף אָנצוקוקן געבױט – טױזנט פּאַנצערס הענגען אױף אים, אַלע שילדן פֿון די גיבורים. דײַנע צװײ בריסט װי צװײ הירשלעך, צװילינגס פֿון אַ הירשין, װאָס פֿיטערן זיך צװישן די ליליען. ביז פֿאַרװײען װעט דער טאָג און אַנטרינען װעלן די שאָטנס, װעל איך מיר גײן צום באַרג פֿון מירע, און צום בערגל פֿון װײַרױך. ביסט אין גאַנצן שײן, געליבטע מײַן, און קײן פֿעלער איז אין דיר ניטאָ. מיט מיר פֿון לבֿנון, מײַן כּלה, מיט מיר פֿון לבֿנון זאָלסטו קומען; װעסט אַראָפּקוקן פֿון שפּיץ פֿון אַַמָנָה, פֿון שפּיץ פֿון שׂניר און חרמון, פֿון די װױנונגען פֿון די לײבן, פֿון די בערג פֿון די לעמפּערטן. האָסט ס׳האַרץ מיר געפֿאַנגען, שװעסטער מײַן כּלה, האָסט ס׳האַרץ מיר געפֿאַנגען מיט אײנעם פֿון דײַנע בליקן, מיט אײן שנור פֿון דײַנע האַלדזבענדער. װי שײן איז דײַן ליבשאַפֿט, שװעסטער מײַן כּלה, װי בעסער דײַן ליבשאַפֿט פֿון װײַן, און דער רֵיח פֿון דײַנע אײלן, פֿון אַלערלײ בשׂמים! האָניקזאַפֿט טריפֿן דײַנע ליפּן, מײַן כּלה, האָניק און מילך איז אונטער דײַן צונג, און דער רֵיח פֿון דײַנע קלײדער װי דער רֵיח פֿון לבֿנון. אַ פֿאַרשלאָסענער גאָרטן איז מײַן שװעסטער מײַן כּלה, אַ פֿאַרשלאָסענער ברונעם, אַ פֿאַרחתמעטער קװאַל. דײַנע צװײַגן – אַ סָוד מילגרױמען מיט טײַערע פֿרוכט, ציפּערבלומען מיט נאַרדן; נאַרד און זאַפֿראַן, געװירצראָר און צימערינג מיט אַלערלײ װײַרױכבײמער, מירע און אַלאָען מיט אַלערלײ געקליבענע בשׂמים. אַ גאָרטנקװאַל, אַ ברונעם לעבעדיקע װאַסער. און פֿלוסן פֿון לבֿנון. דערװעק דיך, צפֿון-װינט, און קום, דו דָרום-װינט; בלאָז אױף מײַן גאָרטן, זײַנע בשׂמים זאָלן פֿליסן, זאָל קומען מײַן געליבטער אין זײַן גאָרטן, און עסן זײַן טײַערע פֿרוכט. Chapter 5 איך בין געקומען אין מײַן גאָרטן, שװעסטער מײַן כּלה, געקליבן מײַן מירע מיט מײַנע בשׂמים; געגעסן מײַן סאָט מיט מײַן האָניק, געטרונקען מײַן װײַן מיט מײַן מילך. עסט, חבֿרים, טרינקט און באַרױשט אײַך מיט ליבשאַפֿט. איך שלאָף און מײַן האַרץ איז אױף; האָרך! מײַן געליבטער קלאַפּט; עפֿן מיר, מײַן שװעסטער, מײַן געליבטע, מײַן טױב, מײַן אומשולדיקע, װאָרום מײַן קאָפּ איז פֿול מיט טױ מײַנע לאָקן מיט טראָפּנס פֿון נאַכט. איך האָב אױסגעטאָן מײַן העמדל, װי קען איך עס אָנטאָן? איך האָב געװאַשן מײַנע פֿיס, װי קען איך זײ אײַנריכטן? האָט מײַן געליבטער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט דורכן טירלאָך, און מײַנע אינגעװײד האָבן געברומט צו אים. בין איך אױפֿגעשטאַנען עפֿענען מײַן געליבטן, און מײַנע הענט האָבן מירע געטריפֿט, און מײַנע פֿינגער פֿליסיקע מירע אױף די הענטלעך פֿון ריגל. איך האָב געעפֿנט מײַן געליבטן, אָבער מײַן געליבטער איז פֿאַרשװוּנדן, אַװעק – מײַן זעל איז אױסגעגאַנגען װען ער האָט גערעדט צו מיר – איך האָב אים געזוכט, און האָב אים ניט געפֿונען, איך האָב אים גערופֿן, און ער האָט מיר ניט געענטפֿערט. האָבן מיך געטראָפֿן די װעכטער װאָס גײען אַרום אין דער שטאָט, האָבן זײ מיך געשלאָגן, האָבן זײ מיך פֿאַרװוּנדט; אַראָפּגענומען מײַן מאַנטל פֿון מיר האָבן די װעכטער פֿון די מױערן. איך באַשװער אײַך, טעכטער פֿון ירושלים, אַז איר װעט געפֿינען מײַן געליבטן, װאָס איר זאָלט אים זאָגן: אַז קראַנק פֿון ליבשאַפֿט בין איך. װאָס איז דײַן געליבטער פֿאַר אַ געליבטער, דו שענסטע פֿון פֿרױען? װאָס איז דײַן געליבטער פֿאַר אַ געליבטער, װאָס דו האָסט אַזױ אונדז באַשװאָרן? מײַן געליבטער איז קלאָר און גערױטלט, די פֿאָן פֿון צען טױזנט. זײַן קאָפּ איז פֿײַן גינגאָלד, זײַנע לאָקן געקרײַזלט, שװאַרץ װי דער ראָב. זײַנע אױגן װי טױבן בײַ בעכן פֿון װאַסער; געבאָדן אין מילך, אײַנגעזעצט אין פֿולן. זײַנע באַקן װי אַ בײט בשׂמים, װי טורעמלעך געװירצן; זײַנע ליפּן ליליען װאָס טריפֿן פֿליסיקע מירע. די הענט זײַנע גילדערנע װאַלצן מיט גאָלדשטײן באַזעצט; זײַן לײַב אַ שטיק עלפֿנבײן מיט סאַפּירן באַדעקט. זײַנע שענקלען מירמלזײַלן געגרונטפֿעסט אױף שװעלן פֿון גינגאָלד; זײַן אָנבליק װי דער לבֿנון, אױסדערװײלט װי די צעדערן. זײַן גומען איז זיסקײט, און ער אין גאַנצן אַ גלוסטיקײט. דאָס איז מײַן געליבטער, און דאָס איז מײַן חבֿר, טעכטער פֿון ירושלים. Chapter 6 װוּהין איז געגאַנגען דײַן געליבטער, דו שענסטע פֿון פֿרױען? װוּהין האָט זיך געקערט דײַן געליבטער, אַז מיר זאָלן אים זוכן מיט דיר? מײַן געליבטער האָט גענידערט צו זײַן גאָרטן צו די בײטן פֿון בשׂמים, צו װאַנדערן אין די גערטנער און אױפֿקלײַבן ליליען. איך בין מײַן געליבטנס, און מײַן געליבטער איז מײַן – דער װאָס װאַנדערט צװישן די ליליען. ביסט שײן, מײַן געליבטע, װי תִּרצָה, ליבלעך װי ירושלים, פֿאָרכטיק װי מחנות באַפֿאָנטע. קער אַװעק דײַנע אױגן פֿון מיר, װאָרום זײ האָבן מיך באַװעלטיקט. דײַנע האָר איז װי אַ סטאַדע ציגן װאָס לאָזן זיך פֿון גִלעָד אַראָפּ. דײַנע צײן װי אַ סטאַדע שאָף װאָס קומען אַרױף פֿון געװעש, װאָס צװילינגען זיך אַלע, און ניטאָ קײן פֿאַרװאַרפֿערין צװישן זײ. װי אַן אױפֿשניט מילגרױם איז דײַן שלײף, פֿון דײַן שלײער אַדורך. זעכציק די מלכּות, און אַכציק די קעפּסװײַבער, און יונגפֿרױען אָן צאָל. אײנע מײַן טױב, מײַן אומשולדיקע; אײנע איז זי בײַ איר מוטער, אױסדערװײלט איז זי בײַ איר געװינערין. טעכטער האָבן זי געזען און זי געלױבט, מלכּות און קעפּסװײַבער – און זי גערימט: װער איז די װאָס קוקט אַרױס װי דער פֿרימאָרגן, שײן װי די לבֿנה, לױטער װי די זון, פֿאָרכטיק װי מחנות באַפֿאָנטע? צו דעם נוסגאָרטן האָב איך גענידערט, צו באַקוקן די שפּראָצן פֿון טאָל, צו זען אױב געבליט האָט דער װײַנשטאָק, אױב געצװיט האָבן די מילגרױמען. ניט װיסנדיק האָט מײַן זעל מיך געבראַכט צו די רײַטװעגן פֿון מײַן פֿירשטלעכן פֿאָלק. Chapter 7 קער צוריק, קער צוריק, שולַמית, קער צוריק, קער צוריק, מיר זאָלן דיך אָנקוקן. װאָס װעט איר זען אין שולַמית? אַזױ װי אַ טאַנץ אין צװײ רײען. װי שײן דײַנע טריט אין סאַנדאַלן, דו פֿירשטלעכע טאָכטער! דײַנע רונדע דיכן װי צירונג געמאַכט פֿון די הענט פֿון אַ קינצלער. דײַן נאָפּל אַ בעכער אַ רונדער; עס פֿעלט ניט דער מישװײַן. דײַן בױך אַ הױפֿן װײץ מיט ליליען באַזױמט. דײַנע צװײ בריסט װי צװײ הירשלעך, צװילינגס פֿון אַ הירשין. דײַן האַלדז װי אַ טורעם פֿון עלפֿנבײן; דײַנע אױגן – די טײַכן אין חשבון בײַם טױער פֿון בת-רַבים; דײַן נאָז װי דער טורעם פֿון לבֿנון װאָס קוקט צו דמשׂק. דײַן קאָפּ אױף דיר װי דער כַּרמל, און די לאָקן פֿון דײַן קאָפּ אַזױ װי פּורפּל; אַ מלך איז אין די פֿלעכטן פֿאַרקניפּט. װי שײן ביסטו און װי זיס ביסטו, געליבטע, אין תּענוגים! דער דאָזיקער װוּקס דײַנער איז געגליכן צו אַ טײטלבױם, און די בריסט דײַנע צו הענגלעך טרױבן. איך האָב געזאָגט: איך װעל אַרױפֿגײן צום טײטלבױם, און װעל אָננעמען זײַנע צװײַגן; און דײַנע בריסט זאָלן זײַן אַזױ װי הענגלעך פֿון װײַנשטאָק, און דער רֵיח פֿון דײַן פּנים װי עפּל; און דײַן גומען װי װײַן גוטער װאָס גײט גלאַטיק אַראָפּ מײַן געליבטן, װאָס מאַכט רעדן די ליפּן פֿון שלאָפֿיקע. איך בין מײַן געליבטנס, און צו מיר איז זײַן געלוסט. קום, געליבטער מײַן, לאָמיר אַרױסגײן אין פֿעלד, לאָמיר נעכטיקן צװישן די ציפּערבלומען. לאָמיר זיך פֿעדערן צו די װײַנגערטנער, לאָמיר זען אױב געבליט האָט דער װײַנשטאָק, אױב געעפֿנט האָבן זיך די קװײטן, אױב געצװיט האָבן די מילגרױמען; דאָרטן װעל איך געבן מײַן ליבשאַפֿט צו דיר. די ליבעפּעלעך גיבן אַרױס אַ רֵיח, און פֿאַר אונדזערע טירן זײַנען אַלערלײ טײַערע פֿרוכט, נײַע און אַלטע, װאָס איך האָב באַהאַלטן פֿאַר דיר, מײַן געליבטער. Chapter 8 הלװאי ביסטו װי אַ ברודער מײַנער װאָס האָט די בריסט פֿון מײַן מוטער געזױגן! איך װאָלט דיך געטראָפֿן אין גאַס, דיך געקושט, און מע װאָלט מיך ניט פֿאַראַכט. איך װאָלט דיך געפֿירט, דיך געבראַכט אין הױז פֿון מײַן מוטער װאָס לערנט מיך; דיר טרינקען געגעבן פֿון װײַן געקאָכטן, פֿון זאַפֿט פֿון מײַן מילגרױם. זײַן לינקע האַנט אונטער מײַן קאָפּ, און זײַן רעכטע זאָל מיך אַרומנעמען. איך באַשװער אײַך, טעכטער פֿון ירושלים, איר זאָלט ניט װעקן און ניט אױפֿװעקן די ליבשאַפֿט, ביז זי װעט באַגערן. װער איז די װאָס גײט אױף פֿונעם מדבר, זיך טוליענדיק צו איר געליבטן? אונטערן עפּלבױם האָב איך דיך אױפֿגעװעקט; דאָרטן האָט דײַן מוטער געװײטאָקט מיט דיר, דאָרט האָט געװײטאָקט די װאָס האָט דיך געבאָרן. טו מיך אַרױף װי אַ זיגל אױף דײַן האַרצן, װי אַ זיגל אױף דײַן אָרעם, װאָרום שטאַרק װי דער טױט איז די ליבשאַפֿט, האַרט װי דער קבֿר די אײפֿערזוכט; אירע פֿלאַמען זײַנען פֿלאַמען פֿײַער, גרױסע װאַסערן קענען ניט פֿאַרלעשן די ליבשאַפֿט, און טײַכן װעלן זי ניט אַװעקפֿלײצן. אַז אַ מענטש זאָל געבן פֿאַר ליבשאַפֿט דעם גאַנצן פֿאַרמעג פֿון זײַן הױז, פֿאַראַכטן אים װאָלט מען פֿאַראַכט. אַ קלײנע שװעסטער האָבן מיר, און זי האָט נאָך קײן בריסט ניט; װאָס זאָלן מיר טאָן מיט אונדזער שװעסטער אין דעם טאָג װאָס מע װעט איר רעדן? אױב זי איז אַ מױער, װעלן מיר בױען אױף איר אַ זילבערנע מױערקרױן; און אױב זי איז אַ טיר, װעלן מיר זי פֿאַרשפּאַרן מיט צעדערברעטער. איך בין אַ מױער, און מײַנע בריסט װי די טורעמס; דענצמאָל בין איך געװען אין זײַנע אױגן אַזױ װי אַ קװאַל פֿון גליק. אַ װײַנגאָרטן האָט שלמה געהאַט אין בַעַל-הָמון, האָט ער געגעבן דעם װײַנגאָרטן צו היטער; איטלעכער פֿלעגט ברענגען פֿאַר זײַן פֿרוכט טױזנט זילבערשטיק. מײַן אײגענער װײַנגאָרטן איז בײַ מיר. די טױזנט זײַנען פֿאַר דיר, שלמה, אָבער צװײ הונדערט פֿאַר די װאָס היטן זײַן פֿרוכט. דו װאָס זיצסט אין די גערטנער, די חבֿרים האָרכן אױף דײַן קָול, לאָז מיך אים הערן. אַנטלױף, געליבטער מײַן, און זײַ געגליכן צו אַ הירש, אָדער צו אַ הינד אַ יונגן, אױף די בשׂמים-געבערג.